לוגו
א גאנץ געוויינליכע מעשה
פרק:
מיקום ביצירה:
0%
X
F
U

1


אין אַ שטוב, אין אַ שטיבעלע, אין אַ איינגען חדר,

וויינט אַ טאַטע, אַ מאַמע, און קליינע קינדער פיר,

אַ היבשינקע געזינדל, אָבער אַ אָרעמע, ליידער!

קום אַריין אַהער, לעזער, חאָץ עס איז איינג די טיר…


ןןאָס וויינט מען דאָ? וואָס שרייט מען אַזיי?

וואָס ווילן די עלטערן? וואָס ווילן די קינדער?

“עסען! עסען!” שרייען אַלע איין געשריי

און יעדערער ווידער שרייט עס באַזונדער…


אפשר איז דער מאַן צו אַרבייטן פויל

אפשר וויל ער זיך ניט מיהען?

אפשר וואָלט ער וועלן, אַז אין מויל

זאָלן טייבעלאַך אַליין אַריין פליען?


ניין! זעהסטו די טויערען פון 6 עטאַזש,

וואָס אַלע וואונדערען זיך און זאָגען:

"פּאַראַדנע מויערען, גיבאוט מיט גוראַזש2)

דאָס האָט ער אַזיי הייך ציגעל געטראָגען,


(א משא פון ציגעל אַפן רוקן

האָט אים דעם רוקען געבייגט

אַז ווער עס פלעגט נאָר קוקען

האָט אויף אים רחמנות גילייגט).


נאָר אין די מויערען ווינט ער ניט,

ער פערדינגט זיי אייך ניט אויף דירות,

ער טאָר אין זיי אפילו ניט טאָן קיין טריט

און מ’צאָהלט אים אויך ניט קיין שכירות…


בעלי־בתים זיינען גאָר אַנדערע דאָ

וואָס האָבן נאָר פון ווייטען צוגעזעהן,

ער זאָל ניט קענען רוהען אָמאַל אַ שעה

חאָץ כח צום אַרבייטען איז קאָם געווען…)


זעהסטו דָרטען אַ פאַבריק נאָך אַ פאַבריק,

וואָס פאַרנעמען גאַסען אין דער ליינג און ברייט

וואו איינציגע פאַבריקאַנטען חאַפּען דעם גליק

און טויזענדער אַרבייטער געפינעם דעם טייט.


ער האָט דאָס גיבאוט און גאָר אונבעוואוסט,

אַז ער גראָבט דאָ קברים פאַר אָרעמע ברידער,

וואָס נאָר דורך נייט און הונגער האָבן זיי געמזט

פאַרקייפען אויף מאַשינען זייערע אברים און גלידער, –


ער האָט ניט געוואוסט, אז אָט דאָ,

וועט מען צאַפּען זיינע ברידערס בלוט,

דאָ וועלן זיי אַרבעייטען טאָגליך 16 שעה,

ווייל פוַרן פאַבּריקאַנט איז דאָס גוט…


זעהסטו די קראָמען, וואָס זיינען פול מיט סחורה,

מיט סאַמעט און זיידענצייג פון פערשידענע סאָרטען,

וואו הולטאיקעס, נאָך דעם “באַזאַרס” תורה,

בריינגען אויס גאָלד און זילבער דאָרטען;


גאָלד און זילבער, וואָס זיי האָבען ניט פערדינט,

ניט מיט האָרעוואַיע צונויפגעקליבען,

נאָר דיא מענצען וואָס האָבן ביי זיי געדינט

האָט עס יונגערהייט אין קבל געטריבען.


דאָס האָט ער די קראָמען אזוי הייך געשטעלט,

דאָס האָט עד זיי געבאוט פּאָ פּלאַן 3

גינוג גיזונד האָט ביי אים דאַן גיפעלט

חאָץ ער איז גיבליבען וויא גיווען אַ אָרים־מאַן.


זעהסטו די קעלערס פון אלערליי וויינען,

די ראַכע שיינקען, וואו פערטרונקען ווערט

מיליאָנען געלטער, און זיי זיינען

פון די בלוט דע אַרבייטער הערויסגיצערט.


דאָס האָט ער די קעלער אַזיי טיף גיגראָבען

און האָט זיין נפש אין סכנות גישטעלט,

די וייב און קינדער ווילן עסען האָבען,

און ברייט דאַרף מען דאָך אויף דער וועלט…


זעהסטו די סודען,4 וואו עס דאַרף זיך אמת געפינען,

דאָס האָט ער און זיינע פריינדע געבאוט;

דאַנן האָבן זיי געוויס גיהאַט אין זינען:

“דאָ וועט מען שטראָפען ווער עס רייסט אונז די הויט!”


אָבער זיי האָבען גיהאַט אַ טעות,

אח! ניט דאָ איז אמת פאַראַן…

דאָ איז נאָר אמת אויף קאַטאָוועס,

אָבער ניט פאַר דעם ערליכען מאַן.


ניטאָ קיין אמת פאַר דעם שוואַכען,

וואָס אַלע גזלענען אין מיטן טאָג,

אויף זיין אונגליק וועט מען דאָ לאַכען

דאָ וועט מען לאַכען אויף זיין קלאָג…


זעהסטו די קאַנצעלאַריעס, וואו מי שרייבט,

וואו אַלע צינאָווניקעס 5 בייכלעך קריגען

וואו רק מי איילט און מי טרייבט

פֹאָ זאַקאָנו" 6 צו שרייבען ליעגען.


נאָר ער האָט ניט גיטראַכט, בעת ער האָט גיבאוט

אַז דאָ וועט מען איבער אים מעשים טאָן,

דאָ וועט מען אים פאַרשרייבען “מישחות” יעדע מינוט,

יעדע מינוט וועט מען זיין לעבען שטעלען אין קאָן…


זעהסטו די פינסטערע, שוואַרצע אַסטראָגען,

וואָס קוקען שטענדיג מיט טרויער און גיוויין…

אַך דעם אמת דאַרף מען זאָגען

דאָס האָט ער אפשר געבאוט פאַר זיך אַליין!


דער הונגער און דער ביטערע נייט

די קענען גאַנף ווייט פאַרטרייבען,

ווידער דורך הונגער צו קריגען דעם טייט

איז אפשר בעסער זיך דאָ צו פערקלייבען…


קינדער! קינדער! איר דאַרפט ניט עסען

און אייער פאָטער וועט אייך ניט קומען,

ער האָט אַפילו אויף אייך ניט פאַרגעסען

האָר מי האָט אים מיט אַ גנבה צוגענומען.7




  1. השיר נקרא תחילה: “די אונגליקליכע פאַמיליע” ונמחק בכת"י.  ↩

  2. קוראז', אומץ הלב.  ↩

  3. לפי תכנית.  ↩

  4. בתי משפט.  ↩

  5. פקידים.  ↩

  6. לפי החוק.  ↩

  7. נוסח אחר: “וואו צו ארבייטן האָט ער ניט געפוגען”.  ↩