לוגו
טייגן און ניט טייגן
פרק:
מיקום ביצירה:
0%
X
F
U

איך טייג ניט, זאָגט ער, איך טייג ניט מעהר,

אס איז אים, זאָגט ער, אַפילו שווער

מיר אָפּצוזאָגען פון מיין אָרט,

אָבער אַז איך טייג מעהר ניט פאָרט;

וואָס קען איך טאָן אַז צו קיין זאַך

טייג איך מער ניט, איך בין “צו שוואַך”?!

איר האָט גוט געזאָגט, מיין ליבער הערר,

איך טייג ניט זאָגט איר, איךטייג ניט מעהר;

אמת, אמת, איך ווייס דאָס אַליין,

איך פיל דאָס גאַנץ גוט אין יעדער ביין,

אין יעדער אבר, אין יעדער גליד;

איך פיל, איך פיל, איך בין שוואַך און מיד; –

אָבער מיין ליבער הער פונדעסטוועגן:

גידיינקט איר צוריק פאַר אַ יאָהר צעהן,

אַז איר פלעגט אַמאָל מיין ארבעט זעהן,

פלעגט איר מירק קלאַפּן איבר פּלייצע;

“גוט, גוט!” און פלעגט געבן אַ עצה

אַלעמען זיך צו לערנען פון מיר…

אך! דאַמאָלס האָב איך אהן אַ שיעור

גיטייגט און גיטייגט או גיטייגט…

אַזוי האָב איך אין טייגן אַוועק געלייגט

צעהן יאָר פון געזונד און פון לעבן;

אַזוי האָב איך אַלץ אויסגיגעבן

מיין טייגן און בין געוואָרן לעער

און טייג ניט מעהר…

דאַמאָלסט אַז איך האָב גיטייגט אפילו,

האָב איך ניט זיך גיטייגט חלילה,

איך האָב נאָר פאַר אייך גיטייגט, גיטייגט

ביז איר האָט מיין טייגן אויסגיזייגט,

איך בין פון “טייגן” אריין אין סער צעֶר

און איך טייג ניט און טייג ניט מעהר…

דאַמאָלסט אַז איך האָב אַפילו גיטייגט,

האָב איך גאָר קיין שאלה ניט פאַרגילייגט:

ציא טייגט איר, און צו וואָס איר טייגט?

איך האָב נאָר מיין רוקין אייגיבייגט

און איך האָב גיטייגט אויף יעדען שריט

נאָר צו רעכענען, אייב איך טייג נאָך,

ביז איר בערענט היינטיגע וואָך,

גאַנץ לייכט בערעכענט, גאָר מיט איין קעהר

אַז איך טייג ניט און טייג ניט מעהר…

האַ! האַ! האַ! עס לאַכט זיך מיר אַז נאָר

איהר פּאַרכעס, וואָס טייגט ניט אויף איין האָר.

איר ליידיג־גייער, פּלוטן, מאָטען,1

אַז איר פירט נאָר מיט אונז סצוטון,2

ציא מיר טייגן אָדער אפשר ניין

בערעכנט קאָרסט ציא טייגט איר אַליין.




  1. בזבזנים.  ↩

  2. חשבונות.  ↩