לוגו
די צוואה
פרק:
מיקום ביצירה:
0%
X
F
U

איך פאַרלאָז די וועלט… איך פאַרשווינד…

איך שטאַרב אָבער ניט פאַר מיינע זינד,

איך שטאַרב נאָר ווייל דיא וועלט

איז אויף אַפוס פון אונרעכט געשטעלט;

ווייל אַלע, וואָס האָריווען מיט שווייס

לעבן אונגליקלאַך, און ווער ווייס

אויב מע קאָן גאָר לעבען ופן

ווען צרות זענען אַפון הויפען…

און אַלעד יא וואָס גאָרניט טוען,

דעם גאַנצן לעבן נאָר זיי רוהען,

די לעבן וואָס עס הייסט געלעבט,

וואָס, ווי מ’זאָגט, אין הימעל גישוועבט…

איך שטאַרב… איך פאַרלאָז אין נייט

דיא ווייב און קינדער, אָהן אַ לעבעל ברייט…

אַזוי לעבן, אַזוי שטאַרבן אונזערע לייט,

אללע אַרבייטער באַ יעדער צייט…

אַדיע, ברידער! איך וועל צוריק צו ארייך ניט קומען,

אָבער ווייסט! מיין לעבן האַט אַוועק גינומען

דער פַבריקאַנט, וואו איך האָב געדינט:

איך האָב גיאַרבעט אין ער האָט פאַרדינט…

ברידער! איצט זאָג איך אייך אויס אַ סוד,

גייט און זוכט ביי אים אין קאַמאָד,

אָבער זוכט נאַר מיט אַ קלאָרן זינען,

וועט איך גאַנץ לייכט געפינען,

וויא עס ליגט אין רעכטן מיטן

אמת אין געלט, אין פּאַפּירען פערביטן

פון אייער אייגענעם לעבן גאַנצע יאָהרען…

דענן האָט איר ווייניג לעבן פערלאָרן

אין אייער אַרבעט ביז דעם לעצטן כח,

ביז עס טריקנט דער מאַרך אין מח

אין אייער הונגערן און אין אייער עצירות? –

וואָס עס זאָל גאָרנישט פעלען

און אַלץ וואָס עסו וועט וועלן

אונזער בעל־בית, זיין ווייב און קינדער,

אפילו זיינער פערד און רינדער

און אויסער דעם זאָל נאָך בלייבען,

אויף אַ קאַפּיטאַל צו קלייבען?

ברידער! עס וועט קומעו אַ טאָג, אַ שטראַשנער טאָג,

וועט מען נעמען וועגן מיט שאָל און וואָג

יעדן שטיקל פלייש, יעדעס ביסעל וויין,

וואָס איז פון אונזער פלייש און בלוט אַריין

צו די רייכע אָבגאָטער פון דער וועלט –

דאַנן זאָל יעדער פון אייך פאַרלאָזן זיין צעלט,

זיין קאַמיניקל מיט דיא היילע פיר ווענט

און זאַל אייך אויפהייבען די הענט,

מיט אַללע וואָס זיינען רייך…

יעדער, וואָס גיפינט זיך אין נייט,

וואָס געפינט אין לעבן זיין טייט

דאַרף פון ווייטן ניט שטיין,

קעגן טייט דאַרף ער גיין…

ווער ווייב און קינדער איז עם טייער

דאַרף גיין אין וואַסאר און פייער,

ער וועט זיי דערפאַר געבען

אַגריגערן, בעססערן לעבן…

נאָהענט איז דער טאָג, ער קען ניט זומען,

ער מוז אין גיכען אין גיכען קומען;

דענן דאָס אונרעכט הרשט שוין צו שטאַרק

עס האַלט שוין צו פיל פאַרן קאַרק,

עס איז שוין נישט אויסצושטיין,

פון פיל טרענן און גיוויין,

פון פיל יאָמערן און קלאָגן

איז שוין מער ניט צו ערטראגן…

עס זיינען צו פילע פאַרביטערט,

אַז די גאַנצע ערד ציטערט

פון דעם קלאַפּ פון זייער האַרץ!

יעדער געמיט איז קראַנק, יעדער פנים שוואַרץ,

יעדער ליידעט, יעדער איז פול מיט שרעק!

יע! דאָס מוז אַלץ נעמען באַלד אַ עק!

גידיינקט! איר זאָלט יענעם טאָג ניט בלייבן צוריק,

דען פון איר הענגט אָפּ אייער גליק,

איר זאָלט גיין יענעם טאָג אַללע וויא איינער…

און איך וועל אייך מיינע געשטאָרבענע ביינער

פון קבר רירען,

און וועל זיי פירען

צו דעם אָרט, וואו עס וועט זיין דער שטרייט,

ביז איך וועל ווידער בעקומען דעם טייט…