"ניט קיין מיוחס איז מיין העלד, ניט קיים בעל־הבית קיין יוסטער,
נאָר אַ געמיינער ייד: מאָטל דער שוסער.
געהאָרעוועט כל ימיו ווי אַן אָקס אין דער סאָכע,
דאָס שטיקל ברויט צו פאַרדינען פאַר זיין משפחה.
אַכט קינדערלאַך מיט אַ ווייב אַ חלושה,
אַ טשאַכאָטעצניצע 1 – פון דער מאַמען בירושה.
געוואוינט האָט ער אין שכנות ביי יודל דעם שמש,
אין אַ דירה’לה אַ קליינס פון ד' אמות,
אויפן בוידם־שטיבל אין דער הויך;
תמיד פול מיט טשאַד און רויך,
וואו ווינטער האָט געגאָסן פון די ווענט
און זומער האָט געסמאַליעט און געברענט,
בקיצור: אַ פּאַלאַץ, אַ פּראַכט.
דאָרט פון גאַנץ פרי ביז אַ שטיק אין דער נאַכט
איז מאָטל צוגעשמיט צום שוסטער־שטול
געזעסן איינגעבויגן אין דרייען איבער’ן קאפּול".2