דב סדן.
חן-גריבעלעך : צו דער ביאָגראַפיע פון װאָרט און
װערטל / דב סדן. —
בוענאָס-אײַרעס : אַלװעלטלעכער ײדישער קולטור-קאָנגרעס, אַרגענטינער
אָפּטײַל, 1971־1972. באנד 1. 275 עמ'.
באנד 2. 254 עמ'. Expresiones idiomáticas del idisch =
Idiomatic expressions of the Yiddish language / Dov Sadan
דרײַ הערות
[א]. דרײַ הערות —
אַזוי הייסט אויך דער קורצער אַרײַנפיר מײַנער צו מײַן בוך "די חכמה פון
חכמות — צו דער ביאָגראַפיע פון
וואָרט און ווערטל" און איך דערמאָן אים איצט, ווײַל איך האָב דאָרט
דערציילט, ווי אַרום איך בין געקומען צום ענין ווערטל און זאָג, און ווי
אַזוי עס זענען געגאַנגען מײַנע זוכענישן צו דערגיין זייער אָפּשטאַם,
גענעזע, באַטײַט, גילגולים. דאָרט האָב איך אויך אָנגעוויזן אויף מײַנע
קלענערע און גרעסערע אַרבעטן דעריבער —
צום ערשט אין דער פאָרעם פון באַמערקן, וואָס זענען צעזייט אין
טעקסט-קריטישן אַפּאַראַט פון מײַנע צוויי אַנעקדאָטן-ביכער
— "קערת צימוקים" (תש"י) און "קערת
אגוזים" (תשי"ג), שפעטער אין פאָרעם פון ציקלען, וואָס האָבן באַהאַנדלט
ספּעציעלע ווערטלעך, און וואָס זענען בעיקר געגאַנגען אין דער פּרעסע ("ידע
עם", "הפּועל הצעיר", "לשוננו לעם", "ישראל-שטימע", "צוקונפט", "אונדזער
קיום", "פאָלקס-בלאַט", "ייִדישע שפּראַך", "אונדזער אייגן ווינקל",
"אונדזער שריפט") און, וואָס טיילן דערפון זענען, אין אויסגעברייטערטן
נוסח, אַרײַן אין מײַנע ביכער —
"אבני שפה" (תשט"ז), "יריד השעשועים" (תשכ"ד) און "די חכמה פון חכמות"
(תשכ"ח) וואָס איז געווען מײַן ערשטער ייִדיש געשריבענער און אין דרוק
אַרויסגעגעבענער ספר.
[ב]. איך האָב דעם דערמאָנטן אַרײַנפיר
פאַרענדיקט מיט די ווערטער: איך וויל האָפן, אַז דער ערשטלינג מײַנער וועט
זוכה זײַן צו אַ היפּשע כאָפּטע ברידערלעך. האָב איך איצט, פאַרשטייט זיך, אַ
גרויסע הנאה, וואָס איך בין זוכה, אַז מײַן האָפענונג הייבט אָן לײַטיש מקויים
צו ווערן — און דאָס אַ דאַנק דעם יידישן קולטור-קאָנגרעס אין אַרגענטינע, וואָס
האָט זיך אונטערגענומען אַרויסצוגעבן צוויי נײַע בענד פון מײַנע אַרבעטן וועדן
יידישן ווערטל. עס איז אַ טאָפּעלע הנאה — מחמת עצם אַרויסגאָב און מחמת דעם
אַרויסגעבער, וואָס צווישן אים און מיר האָבן זיך פאַרבונדן פעדעם פון א
וואַרעמער פרײַנדשאַפט. ער, דער אַרגענטינער קולטור-קאָנגרעס, האָט מיך און מײַן
פרוי פאַרבעטן צו זײַן געסט פון דאָרטיקן ליבן און האַרציקן ישוב, און די
וואָכן, וואָס מיר האָבן פאַרבראַכט אין אַן אינטענסיוון קאָנטאַקט, מיט כלערליי
קרײַזן, זענען געווען אַ טיף איבערלעבעניש; און איך פריי מיך ביז גאָר, אז די
פעדעם, וואָס האָבן זיך פאַרשפּונען בעל-פּה, ציִען ווײַטער בכתב, און דאָס אויף
דער ליניע פון אונדזער בשותפותדיקער ליבשאַפט צום ייִדישן וואָרט און ווערטל,
זייערע סודות און חנען. דאַנק איך דערפאַר דעם קולטור-קאָנגרעס, אַלע זײַנע
חברים, וועלכע האָבן זיך דער זאַך מיט גרויס מסירות אָפּגעגעבן. זכרה להם אלהי
לטובה.
[ג]. הייסט עס, אַז איך האַלט שוין, ברוך
השם, בײַ דרײַ בענד פון די דאָזיקע ארבעטן מײַנע, ארויסגעגעבן ברשות הרבים.
בלײַבט מיר נישט מער, ווי צו ויינטשן, אַז זיי זאָלן נושא חן זײַן
בײַם עולם, און ער זאָל באַגערן אַ המשך — דען דער אוצר פון יידישן ווערטל,
וואָס האָט זיך בײַ מיר אָנגעזאַמלט, פאָדערט, לפּחות אַ מנין בענד. דער
ליבער לייענער מעג מיר גלייבן, אז איך האב נישט סתם גערעדט וועגן אַ
כאָפּטע ברידערלעך.