לוגו
"די וועלט מוז איבערגעשאפן ווערן נאכאמאל"
פרק:
מיקום ביצירה:
0%
X
F
U

"איך פרעג: וואַרום

איז אַזוי קרום

געבויט די וועלט?

פאַרוואָס דער בעל־מלאכה

מיט זיין גאַנצער משפחה

ליידט הונגער און קעלט?

און דער לעדיג־גייער, דער פּושטאַק,1

דער הולטאַי, דער ליידאַק,

וואָס שלעפּט זין אַרום אין גאַס

פּוסט און פּאַס

האָט רייכקייט, כבוד און גדולה?

פאַרוואָס האָט דער גאָרישט און יענער אַ פולע?

וואו זי די גערעכטיגקייט? וואו איז דער יושר?

דער אָרעמאַן זאָל האָרעווען און שפּייזן דעם עושר?

שרייען דאַרף מען אָן אַן אויפהער אופן קול:

“די וועלט מוז איבערגעשאַפן ווערן נאכאַמאָל!”


"אַלץ דאַרף ווערן צובראָכן, צושטויסן,

און פון קָאָסמאָס דעם גרויסן

דאַרף אַרויס אַ נייער בנין.

ניטאָ קיין קבצן, קיין גביר;

כ’ווייס ניט: וואו דער אויבנאָן, וואו די טיר.

ניטאָ קיין פריצים, קיין שררות,

יחוס איז אויפ’ן בית־הקברות;

ניטאָ מיין, דיין, קיין אייביקער קנין.

נאָר איז פאַבריק, אין זאַוואָד,

ביי דער מאַשין, ביי דער ראָד,

פון דעם קוימען, פון דעם רויך

לעבט

און שוועבט

אין דער הויך" – – –

שרייען דאַרף מען אָן אַן אויפהער אויפן קול:

“די וועלט מוז איבערגעשאַפן ווערן נאָכמאָל!”





  1. ריקן  ↩