לוגו
לאָמיר־זשע זינגען
פרק:
מיקום ביצירה:
0%
X
F
U

לאָמיר־זשע זינגען

לאָמיר־זשע זינגען פּשוט און פּראָסט

פון אַלץ, וואָס איז היימיש, ליב און טייער:

פון אַלטע בעטלער, וואָס שעלטן דעם פראָסט

און פון מאַמעס, וואָס בענטשן דאָס פייער.


פון אָרעמע כּלות, וואַס שטייען מיט ליכט

פאַר בלינדע שפּיגלען שפּעט ביינאַכט,

און יעדע זוכט דאָס נאָענטע געזיכט,

וואָס האַט איר ליבע אויסגעלאַכט.


פון גורל־וואַרפער, וואָס רעדן פאַרשטעלט

און נאַרן די לעצטע גראָשנס אויס

ביי ענונות, וואָס שעלטן די וועלט,

און גייען דורך הינטער־טירן אַרויס.


פון דינסטן, וואָס האָרעווען ביטער שווער

און באַהאַלטן דעם בעסטן ביסן

פאַר די זעלנער, וואָס קומען ביינאַכט,

די באַלעבאַטים זאַלן נישט וויסן.


לאָמיר־זשע זינגען, פּשוט און פּראָסט

פון אַלץ וואָס איז היימיש, ליב און טייער:

פון אָרעמע מאַמעס, וואָס שעלטן דעם פראָסט

און פון בעטלערס, וואָס בענטשן דאָס פייער.


פון מיידלעך, וואָס וואַרפן זומער־צייט

ממזרים הינטער פרעמדע טירן

און ציטערן פאַר מונדירטע לייט,

וואָס קענען דערפאַר אין תּפיסה פירן.


פון קאַטערינקעס, וואָס סקריפּען שווער

פריַיטיק בייטאָג, אין אָרעמע הויפן,

פון גנבים, וואָס האָבן פאַרפּאַסט,

און מוזן איבער די דעכער אַנטלויפן.


פון שמאַטע־קלויבער, וואָס גראַבלען אין מיסט,

און מיינען: זיי וועלן אַן אוצר געפינען,

פון דיכטער וואַס האָבן געגלויבט אומזיסט

די שטערן – און זענען אַראָפּ פון זינען.


לאָמיר־זשע זינגען פּשוט און פּראַסט

פון אַלץ וואָס איז היימיש, ליב און טייער:

פון אַלטע לייט, וואָס שעלטן דעם פראָסט,

און פון קינדער, וואָס בענטשן דאָס פייער.